דינסטאג פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג פנחס=
~שבעה עשר בתמוז~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
פתיחה: הרה"ח ר' ראובן יודא שימאן הי"ו - וומ"ס.
בעל קורא: ר' יוסף סימאן הי"ו - ק"י.
עליות:
כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו - ב"פ.
גלילה: הילד ב"ר ראובן יודא שימאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיטן לאנגיעריגע חברותא הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א - אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל און מיט הגה"צ רבי יוסף מענדל פאנעט שליט"א - אדמו"ר מדעעש מיאמי /ב"פ.
בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
פתיחה: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
עליות:
כהן: הרה"ח ר' נפתלי צבי לאנדא הי"ו - קרית טאהש.
לוי: ר' מרדכי דוב בהרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א - וומ"ס.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
הגבה: האדמו"ר מדעעש שליט"א.
גלילה: ר' ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:35.
נאך מעריב האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די יארצייט פון הרה"ק רבי משה דוד אשכנזי זצ"ל מטאלטשאווע וואס די יארצייט געפאלט היינט אויפדערנאכט י"ח תמוז, און מען האט ארומגערעדט איבער זיין ספר 'תולדות אדם' וואס רבינו שליט"א האט איבערגעדריקט און באקומען א שיינע הסכמה פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
א גוטע נאכט.
~🌴~