שבת קודש פרשת בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בלק=
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה ווייס הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שמואל זאנוויל סיגלער הי"ו - שיכון סקווירא.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' שמואל זאנוויל סיגלער הי"ו.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יודל שווארטץ הי"ו - לאנדאן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויגר מואב מאוד כי רב הוא און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון חצי שיעור.
קה אכסוף: הר"ר יחזקאל לאנדא שליט"א - לאנדאן.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק רבי משה דוד אשכנזי זצ"ל מטאלטשאווע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך י"ח תמוז.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אברהם נייפעלד הי"ו - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א - ראש ישיבת שיעור ד'.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יחזקאל געלבשטיין שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליטא.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב זלמן האללענדער הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו - וומ"ס.
כהן: החתן משה ב"ר יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו.
לוי: החתן ב"ר אברהם צבי דאסקאלאוויטש הי"ו.
שלישי: החתן משולם איסר ב"ר יחזקאל וויינגארטן הי"ו.
רביעי: החתן הערשל בהר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א.
חמישי: החתן ב"ר יואל בר"מ וויינבערגער הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שמשון צבי פאגעל הי"ו.
ר' יושע אליעזר ווייסמאן הי"ו.
ר' מאיר כ"ץ הי"ו.
ר' אליעזר בנימין אבעלעס הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו.
אחרון: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' דוד יערמאיש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' חיים אלי ראטה הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים דוד ניישטאדט הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יואל ברא"ח גאלדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודל שווארטץ הי"ו - לאנדאן.
כהן: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' אברהם צבי דאסקאלאוויטש הי"ו - ב"פ.
שלישי: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט"א - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה צבי בר"מ עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'לא הביט עון ביעקב ולא ראה עמל בישראל ה' אלקיו עמו ותרועת מלך בו' און ארויסגעברענגט אז מיט די כח פון די תורה הקדושה קען מען ארויסגיין אפילו פון די נ' שערי טומאה,
און דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם אגרא דכלא אז 'ובכן אבוא אל המלך אשר לא כדת' ו'בכן' באטרעפט ע"ב און דאס איז אנטקעגן די ע"ב יום פון שבעה עשר בתמוז ביז ראש השנה, און געזאגט אז מען דארף זיך שוין אנהייבן צוגרייטן צו ראש השנה פון שבעה עשר בתמוז מיט לימוד התורה און אזוי וועט מען ארויסגיין פון די נ' שערי טומאה און ארויסגיין זכאי בדין.
ידיד נפש: הרה"ח ר' דוד ניישטאדט הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים אלי' ראטה הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן משה ב"ר יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט ארויסבאגלייט מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן די וואך קיין ניו העמפשיר אויף מנוחת הנפש.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה דשיכון סקווירא וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 2:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם לאקאציע פון די 'טינא' (דרייוו גודס) קליידער געשעפט אויף קארלעסבורג אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' יואל אלי' שווארטץ הי"ו וואס איז געעפענט געווארן צו פארקויפן די נייע צניעות'דיגע קליידער ספעציעל געאייגנט פאר די תלמידי בית רחל פארן קומענדיגן סעזאן,
דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אריין אינעם געשעפט און זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט אויף די קליידער אינעם געשעפט,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן בעה"ב און פאר אלע מיטארבעטער פונעם געשעפט און פאר די הנהלת המוסדות.
א גוטע וואך.
~🌴~