פרייטאג בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג בלק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד נועם אלימלך ליזענסק אינאיינעם מיט ישיבה קטנה סניף אהבת התורה פון וומ"ס בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר זכרי' ראטה הי"ו.
ב"ר אברהם בנימין זאב שפיטצער הי"ו.
נאכן דאווענען זענען אריין בחדר הפרטי די תלמידי שיעור א' אינאיינעם מיטן מגיד שיעור נכד רבינו הרב יואל אשכנזי שליט"א ווי דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף שו"ע הלכות ברכת הפירות וואס מען לערנט אין ישיבה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מגידי שיעור, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי מראש צורים אראנו' און ארויסגעברענגט אז די בחור'ישע יארן זענען די עיקר יארן פון די לעבן און מען דארף זען צו קונה זיין א 'אהבת התורה', און ארומגערעדט דברי הדרכה און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן במדבר פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש איז אריין הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק בוומ"ס וועלכע איז נארוואס צוריקגעקומען פון זיין באזוך אין ארה"ק און האט איבערגעגעבן א באריכט פון די בוי ארבעט ביים בנין בית מדרשינו המפואר החדש בירושלים עיה"ק ווי מען האט די אנהייב וואך אנגעהויבן די פאקטישע גראב ארבעט אויפן שטח הביהמ"ד,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף פארשידענע פרטים און אנגעוואונטשן ברכת הקודש.
א גוט שבת.
~🌴~