מיטוואך ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך ויחי
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יעקב אליעזר פארגעס, ווי די רבי איז געווען סנדק און מוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר יעקב יודא ווייס.
ב''ר אלקנה מנחם מענדל פריעד.
ב''ר ישראל שמחה לאנדא.
ב''ר יושע צבי יואל גאנץ.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
ארום 4:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל אברהם וואלף אפעל און ר' יואל בר"ע הירש, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אליעזר דוד שפיצער און ר' ישראל איסר מארקאוויטש, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך הרה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א - ר"י תולדות אברהם יצחק בן כ"ק אדמור מתולדות אברהם יצחק שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דערנאך האט אים דער רבי ווארעם אנגעווינטשן און געגעבן א ספר לב אהרן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~