דינסטאג בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בלק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שאול גרשון ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל מרדכי בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר אברהם שמחה ניסן פריעדמאן ע"ה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט געליינט די תנאים און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן זיידן משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
זמני כניסה איז געווען פון 8:50 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~