מאנטאג בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בלק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל מאיר טייטלבוים הי"ו.
ב"ר אלעזר ארי' יונגרייז הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב סאאל הי"ו און הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה פילע בחורים פון אלע סניפי ישיבות קטנות פון ק"י וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאלער און העכער ביים 'פקודת הקודש' קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת מוסדותינו הק' אין ק"י,
דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלת המוסדות און משמיע געווען ברכת הקודש און פארטיילט פאר אלע בחורים א מתנה ספרו לב אהרן.
אויך זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון חבורת 'בחרתנו' פון מאנסי, און חבורת 'להעלות' פון ק"י און וומ"ס פאר די בחורי קהלתינו הק',
דער רבי האט געהערט א באריכט פון רבני קהלתינו הק' במאנסי איבער די פילע פעולות פון די חבורה וואס גייט שוין אן עטליכע יאר מיט א שטארקע הצלחה, דערביי האט דער רבי אויסגעשמועסט די נחיצות פון לערנען ספרי חסידות און מוסר און איבער אריינגעבן א געשמאק אין אידישקייט פאר בחורים דורך לימוד התורה, און דער רבי האט געגעבן הוראות און אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים און נקודות פאר די חבורה אין ק"י וועלכע וועט זיך פארברייטערן אין אלע בתי מדרשים אין ק"י, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~