זונטאג בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בלק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אהרן פרידריך הי"ו.
ב"ר חיים אלעזר העללער הי"ו.
ב"ר יואל ברא"י רובינשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש כ"ק הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א לרגל די שמחת הבר מצוה פון נכדו למז"ט הב' הבר מצוה בן בנו הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א - רב דביהמ"ד יראי השם בשכונת ברוך טעם, וואס איז פארגעקומען היינט זונטאג אויפדערנאכט אין ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון מצות תפילין, איטר יד וכו',
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ טענקא רב שליט"א, פאר בנו הרה"ג רב דביהמ"ד יראי השם שליט"א, און פארן בר מצוה בחור.
ארום 1:20 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די 'חומש סעודה' פאר די אריבער פינף הונדערט תלמידי כתה א' בליע"ה פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק' אין ק"י,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד,
און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די קינדער,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגערל,
ווי אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' משה גאלדשטיין הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט די זכות פונעם מעמד, אויך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך,
דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:40.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' יעקב יודא גפן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה סניף דברי יואל אויף גאנץ הלכות שבת,
ה"ה הבה"ח ליפא בהרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א,
הבה"ח אלימלך בהר"ר חיים ארי' כהנא שליט"א,
הבה"ח יעקב קאפל יוסף ב"ר יואל פריעדריך הי"ו,
הבה"ח שמעון ישראל ב"ר נחמי' ווערצבערגער הי"ו,
הבה"ח געציל ב"ר יואל רובינשטיין הי"ו,
הבה"ח נחמי' צבי ב"ר חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו,
הב' מאיר ב"ר אברהם לייב קליין הי"ו.
ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י ווייס הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~