דינסטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג ויחי
=עשרה בטבת=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים
ב''ר יואל בר"א עקשטיין.
ב"ר יואל ברי"ד לאנדא.
ביי סליחות האט דער רבי צום ערשט געזאגט תחנון און נפילת אפים און דערנאך סליחות, בעל תפילה איז געווען הר"ר שמואל קרויס.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי - מפטיר.
מעריב האט דער רבי געדאווענט ביים זמן ר"ת.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס ווי דער רבי האט אויפגענומען דעם ציבור לברך ולהתברך.
ביים אנקומען קיין וומ"ס איז דער רבי צוגעפארן צום שטוב פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א ווי עס איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון בנו הילד משה ני"ו,
דער רבי האט אפגעשוירן די האר, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און פאר די גאנצע משפחה.
דערנאך איז געווען זמני כניסה פון 8:00 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
א גוטע נאכט.
~🌴~