דינסטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג חקת=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל משה פילאפף הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל וויזעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ב'.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הגה"צ רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל - בעל מחבר ספרי סייעתא דשמיא.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~