שבת קודש פרשת קרח - שבת ר"ח תמוז
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת קרח - שבת ר"ח תמוז=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן חיים שלמה ב"ר שמואל אהרן זינגער הי"ו,
החתן מרדכי אפרים פישל ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו,
החתן יושע בהרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א.
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יושע אייזען שליט"א - וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' חיים יעקב סאפרין שליט"א - רב דביהמ"ד קאמארנא בירושלים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויקח קרח און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה שבמקדש, און אויף נאך א אופן בדרך אגדה אז די מחלוקה צווישן קרח מיט משה רבינו איז געווען צו עס ניצט תשובה אויפן חטא העגל.
קה אכסוף: הרב אלכסנדר אשר באב"ד שליט"א - ב"פ.
ברכת המזון: הרה"ג ר' אברהם עקשטיין שליט"א - אב"ד באונעס איירעס.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"צ רבי יושע העשיל מקאמארנא זצ"ל בן הרה"ק הברוך טעם זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ד' תמוז.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' גדלי' עפשטיין הי"ו - בראכפעלד.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יוסף בר"ח יאקאב הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלי' טייטלבוים הי"ו און הרה"ח ר' יצחק זינגער הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' בוומ"ס.
כהן: החתן הערשל ב"ר יצחק אליקים שווארטץ הי"ו - באווארפען.
לוי: החתן מרדכי אפרים פישל ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו - באווארפען.
שלישי: החתן חיים שלמה ב"ר שמואל אהרן זינגער הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן יושע בהרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - באווארפען.
חמישי: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שמואל וואלף לעווי הי"ו - וומ"ס.
ר' שלמה אהרן פריעדמאן הי"ו.
ר' שמעון גאלדבערגער הי"ו.
ר' שמואל שטיינבערג הי"ו.
ר' שמואל ברח"ד פריעד הי"ו.
ר' יואל ברי"ה פערל הי"ו.
ר' שאול ברי"ש בראך הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' קאפל בערגער הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' וואלף שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו.
מפטיר - קריאת ר"ח: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
הגבה: הרה"ח ר' שלום לאנדא הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם פישער הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת ר"ח.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף יודא יאקאבאוויטש הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בר"ש יאקאבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ד' משנה י"א, רבי אליעזר בן יעקב אומר העושה מצוה אחת קונה לו פרקליט אחד,
דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף 16 מהלכים בדרך דרוש ואגדה אז די 'מצוה אחת' מיינט מען פריה ורביה, קריאת שמע, און מילה,
און פארענדיגט בדברי מוסר לקראת די ימי הקיץ הבעל"ט און מעורר געווען נזהר צו זיין בשמירת עינים און שמירת הברית און מיט דעם קונה זיין א פרקליט אחד צום יום הדין, און מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 8:45 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם משה טויב הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם משה היימאן הי"ו - לאנדאן.
כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
לוי: הר"ר יושע אייזען שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' חיים בער אדלער הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויקח קרח און ארויסגעברענגט אז ווען מען טוט ח"ו א עבירה זאגט מען נישט אז וויבאלד נראה ונדחה אינו חוזר ונראה זאל נישט העלפן קיין תשובה, וויבאלד א בעל חי ווערט נישט נדחה און אונז זעמיר אייניקלעך פון יעקב אבינו וואס יעקב אבינו לא מת און איז ממשיך א חיות דקדושה אויף כלל ישראל,
אבער ווען איינער איז א בעל תאוה איז 'כל ההולך על גחון כמה מת יעקב' אז מען גיבט זיך נאך די תאוות האקט זיך אפ די קשר מיט יעקב אבינו און מען ווערט ח"ו נדחה פון די קדושה,
און דער רבי האט מעורר געווען אז מען שטייט יעצט אין די חדשי הקיץ וואס די מנהג העולם איז אז מען גיבט זיך נאך מער די תאוות דארף מען אכטונג געבן אז מען זאל נישט ווערן פארזינקן אין תאוות און ווערן אפגעהאקט פון יעקב אבינו און נאך די זומער ווען עס קומט די ימי הרחמים והרצון זאל מען קענען תשובה טוהן און מען זאל מקבל זיין די תשובה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.
א גוטע וואך.
~🌴~