פרייטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג קרח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחיאל אלטר ברא"מ טויב הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יקותיאל יודא בר"י שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ברי"י היימליך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן ברי"א זילבערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת 'בנין הירש ג"ב לאנדא' אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א.
ביים אנקומען אין בנין הת"ת איז דער רבי צום ערשט אריין אין איינע פון די כיתות און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און פארהערט די קינדער.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל נפתלי לאנדא הי"ו.
ב"ר זלמן לייב פיש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים און דער מנהל שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א ליסטע מיט די שעות לימוד התורה מיט וואס די קינדער האבן זיך צוגעגרייט צום רבינ'ס באזוך,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע מלמדים און קינדער און פאר די בר מצוה בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז מען דארף זיך אפלערנען פון די פרשת השבוע די הארבקייט פון מחלוקת און מסיים געווען בברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~