דאנערשטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג קרח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בית ברוך צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעגעבן דורך הרה"ח ר' חיים אברהם ווייס הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודים פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען בנו הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א און דער בעל שמחה צו טאנצן מיטן ספר תורה,
דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרה"ח ר' חיים אברהם הי"ו ובני משפחתו.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיט הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - מנהל בית רחל ק"י, און הר"ר מאיר יוסף בר"א גראס שליט"א - מנהל מחנה בית רחל, ווי דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער וויאזוי עס איז אריבער די ערשטע וואך אין קעמפ, און אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל משה רייז הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' זילבערשטיין הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי האט געדאווענט מעריב, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~