מיטוואך קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך קרח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יצחק חיים שאלילאף הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו און הרה"ח ר' שמואל שמעון בערקאוויטש הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' שלמה משה וויינבערגער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
פאר מעריב זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון די 'אנ"ש וואל קאמיטע' איבערצוגעבן א באריכט איבער די פארגאנגענע פריימערי וואלן וואו דער רבי האט ארויסגעקוקט צו הערן די ענדגילטיגע רעזולטאטן וואס איז היינטיגן טאג הערשט געווארן אפגעזיגעלט נאכן ציילן די עבסענטי בעלאטס צוליב די גאר נאנטע אויסגאנג וואו די אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאט האט געווינען די ספעציעלע קאנסערוואטיווע פריימערי מיט בלויז 37 שטימען.
דער רבי האט אנגעוויזן און אויסגעשמועסט איבער גאר וויכטיגע זאכן לטובת הכלל וואס מען האפט בעז"ה צו קענען אויפטון און אלעס אדאנק די געטריישאפט פון די עטליכע הונדערט תושבי קרית יואל וואס האבן זיך אנגעשטרענגט ארויסצוקומען שטימען, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~