דינסטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג קרח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי קאהן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון נפתלי רובינפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים פרידריך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו.
ב"ר נפתלי זאב כ"ץ הי"ו.
ב"ר דוד ווייס הי"ו.
ב"ר יצחק יואל גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א', דער רבי האט ארומגערעדט איבער די מצב פון די גזירת גיוס בני ישיבות בארה"ק, און פארריפן א אלוועלטליכע יום תפילה מען זאל זיך צוזאמנעמען אין אלע אידישע געגענטער איבער דער גארער וועלט אין די זעלבע צייט און מתפלל זיין אז די ביטערע גזירה זאל בטל ווערן.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' חיים אפרים בהרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ע"פ בתו ע"ה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:50 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אברהם יהושע העשיל שליט"א מקאפיטשניץ ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ צו ביהמ''ד קאסוב ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרה''צ מקאסוב זאליטשיק שליט"א והאחים האדמורי"ם שליט"א לבית קאסוב היושבים ע"פ אחיו/ אביהם כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פון זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און סיפורים פון הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחימון.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון נכדו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און געמאכט א לחיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~