מאנטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג קרח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל הכהן רובין הי"ו.
ב"ר ישראל הכהן הארטשטיין הי"ו.
ב"ר יעקב שמחה שעהר הי"ו.
ב"ר יחיאל אלטר האפמאן הי"ו.
ב"ר יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 8:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא צו באשיינען די שמחת השבע ברכות פון א אור אייניקל ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אינעם ריזן שאטער נעבן ביהמ"ד,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 8:35 און זיך באגריסט מיט גיסו האדמו"ר מסקווירא שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן חתן און דערנאך מיט האדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גרויסן עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די שבע ברכות ארום 8:50.
זמני כניסה איז געווען פון 9:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~