מאנטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג ויחי
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' שמעי' שפיצער, ווי די רבי איז געווען סנדק און מוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב''ר אברהם יודא לעבאוויטש.
ביים דאווענען האט דער רבי פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 4:00 אזייגער איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברוך טייטלבוים, ווי די רבי איז געווען סנדק און מוהל.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז אריין אל הקו"פ הגה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א, לקראת די חתונה פון בנו החתן וואס קומט פאר קומענדיגע וואך אי"ה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעווינטשן פאר הגה"צ ר' חיים שלום שליט"א און פאר בנו החתן.
דער רבי האט געדאווענט תפילת מעריב ארום 11:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~