זונטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג קרח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר עזריאל שפיטצער הי"ו.
ב"ר בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר משה יחיאל מרדכי אראן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו באשיינען די יערליכע חומש סעודה דורך די תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי,
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי ישיבה אור ודעת ווי דער רבי האט באגלייט די מטה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל פאר א שטיק צייט אינאיינעם מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דערנאך איז דער רבי געפארן צום חומש סעודה,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:00 אזייגער און זיך באגריסט מיט די חשובע רבנים אויפן אויבנאן און מיט הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
די קינדער האבן פארגעזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד,
דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר יעדעם באזונדער,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און זייערע עלטערן,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי ברכה פאר די קינדער און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לערנען תורה בטהרה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע קינדער,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות ווי פילע אנשי שלומינו וועלכע האבן אויפגעטריבן א סכומים הגונים ביים 'להעמידם' קאמפיין האבן דערמיט אפגעקויפט זכותים במוסדותינו הק',
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א - מרבני קהלתינו הק',
דערנאך זענען ארויף די נדבנים אויפן אויבנאן ווי מען האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר יעדעם באזונדער,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המעמד און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות.
פון דארט איז דער רבי געפארן צום שטוב פון הרה"ג ר' יודא לייב ניימאן שליט"א וועלכע געפינט זיך נעבן בנין הת"ת אויף מאנסי בלווד. ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי זיינע חשוב'ע שוואגערס בני הרה"ח ר' פנחס נחמן גלויבער ע"ה אינאיינעם מיט אמם תחי' האבן אפגעקויפט א זכות נכבד במוסדותינו הק' אין מאנסי,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:15, צום ערשט זענען אריבערגעקומען די עלטערע תלמידים פון מוסדותינו הק' און דער רבי האט פארטיילט מטבעות און סידורים פאר די וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א,
דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און געמאכט א לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה ברכות לרוב.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל יעקב קאסירער הי"ו אויף א ביקור תנחימון נאך די פטירה פון אשתו ע"ה,
דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי חיזוק פאר די יתומים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל וויזענפעלד הי"ו אין די עירמאנט געגענט ווי בנו הרה"ח ר' חיים הי"ו האט מנדב געווען א גרויסן סכום און אפגעקויפט א 'זכות קומה' בבנין הבית רחל החדש אין מאנסי,
עס איז אנוועזנד געווען הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א - אב"ד קהל עצי חיים סיגוט מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי און נאך פארשידענע זכרונות,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המעמד,
דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' חיים הי"ו און זיין גאנצע משפחה,
דערנאך איז דער רבי געגאנגען זיך אומקוקן אויפן מקוה וואס הרה"ח ר' ישראל הי"ו האט געבויעט פאר די געגענט און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם פאבריק פון די 'גאלדן טעיסט' פירמע אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו - מראה"ק במאנסי,
דער רבי איז ארום זיך אומקוקן אויף די בוי ארבעט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' רפאל הי"ו,
דערנאך האט דער רבי געגאסן די יסודות און דער בוי מייסטער הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו האט אנגעוויזן די פלענער פונעם בנין און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' רפאל הי"ו ברכות לרוב.
דערנאך ארום 5:15 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין ישיבה גדולה סניף עסק התורה - שיעור ג' בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א,
דער רבי איז צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע הנאה,
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים און מגידי שיעור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי ברכה פאר די בחורים און אנגעוואונטשן גוטע שידוכים בקרוב,
אויפן וועג ארויס האט זיך פארצויגן א שמועס מיט הרה"ג ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין ווי די ישיבה איז קווארטירט, און מיט חמיו בנש"ק הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר,
ארום 5:50 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען ארייין בקודש פנימה די רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים דקהלתינו הק' אינאיינעם מיט עסקני והנהלת מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די ערעפענונג פון די נייע 'זיבעטע' אפיס פונעם מרכז אין אשדוד,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פילצאליגע פעולות פונעם מרכז, און באזונדער האבן די עסקנים איבער געגעבן א באריכט איבער די אנגייענדע 'פודה' קאמפיין אנצושליסן אנ"ש אלץ שותפים אין די הייליגע פעולות פונעם מרכז,
באזונדער האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט ביי די רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים איבער די פילצאליגע פעולות איבערן ביטערן גזירות הגיוס אין ארה"ק, און די רבנים האבן איבער געגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די היסטארישע עצרת מחאה וועלכע איז פאררופן געווארן דורך די עדה החרדית עפ"י קריאת כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו הצדק אויף כיכר זופניק וואו אלופי אלפי בני העדה זענען זיך צוזאמען געקומען אויסשרייען דעם זעקת הקודש קעגן די ביטערע גזירת הגיוס ווי עס איז געהערט געווארן די זעקת התורה דורך הרבנים הגאונים חברי הביד"צ ובראשם כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א, ווי אויך איבער די פילע פלענער אויף להבא למען הצלחת המערכה,
דער רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקני ורבני המרכז, און במיוחד האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר האברך ר' הערשל בר"י פריעדמאן הי"ו - ראש העסקנים בארה"ב, און פאר הרבני הנגיד ר' יצחק שיפף - יו"ר הנהלה בארה"ב.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום משה מנחם עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברח"ב פילעפף הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~