שבת קודש פרשת שלח - מבה"ח תמוז
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שלח - מבה"ח תמוז=
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אשר זעליג בלייך הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו.
מנוחה ושמחה: ר' יואל ישראל וואגשאהל הי"ו - מאנסי.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק שלח לך אנשים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה ועשה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ירמי' דושינסקיא הי"ו - ירושלים.
ברכת המזון: נכד רבינו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי מיכל מקירמא זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך כ"ז סיון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' מרדכי מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר מאיר סימאן שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:35.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל מאיר פריעדמאן הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' טובי' שרייבער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו.
לוי: ר' משולם איסר לעווי הי"ו.
שלישי: החתן אלעזר ב"ר ליפא שפילמאן הי"ו.
רביעי החתן ליפא ב"ר יואל מאיר פריעדמאן הי"ו.
חמישי: החתן שמואל מאיר ב"ר יחזקאל משולם גלויבער הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אשר זעליג בלייך הי"ו.
ר' יואל בר"א אקער הי"ו.
ר' אהרן בר"י זילבערשטיין הי"ו.
שביעי: ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' יואל עזרא לעווי הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אהרן שמואל שרייבער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אלי' מרדכי בראך הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב יצחק ווינקלער הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משולם איסר לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ברוך בר"ל סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בצלאל משה גאלדבערגער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' משה דוד גוטמאן הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם שמואל וויינבערגער הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה צבי בר"מ עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ' שטייט אין ספה"ק אז 'פרי הארץ' איז בגי' 'שופר', און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז בזכות וואס כלל ישראל האט אמונה אין ביאת המשיח און מען זאגט לשנה הבאה בירושלים יעדע יאר טראץ מען איז נישט געהאלפן געווארן די פארגאנגענע יאר, אין דעם זכות נעמט הקב"ה אן די הירהור תשובה וואס יעדע איד האט אין די הייליגע טעג טראץ מען האט שוין א יאר צוריק אויך צוגעזאגט אז מען גייט זיין בעסער און מען איז געבליבן די זעלבע,
פארדעם בלאזט מען שופר ראש השנה ווי רבי סעדיה גאון ברענגט צען טעמים צווישן אנדערע 'לעורר לתשובה', 'חורבן ביהמ"ק', און 'ביאת המשיח', ווייל עס איז תלוי איינס אינעם צווייטן,
און דער רבי האט געזאגט אז מען האט היינט געבענטשט ראש חודש תמוז וואס דורשי רשומות זאגן אז תמוז איז ר"ת ז'מני ת'שובה מ'תקרבין ו'באין, און געזאגט אז טראץ מען גייט יעצט אריין אין די חדשי הקיץ וואס די מנהג העולם איז אז מען לאזט נאך פארשידענע זאכן דארף מען האלטן פאר די אויגן אז עס גייט קומען א יום הדין און מען גייט דארפן אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדע דיבור, מעשה, און מחשבה, און דאס זאגט אונז משה רבינו די וואך 'והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ'.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן ליפא ב"ר יואל מאיר פריעדמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
ארום 12:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' חיים אברהם ווייס הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם דאנערשטאג קרח אין ביהמ"ד בית ברוך,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' חיים אברהם הי"ו און זיין משפחה.
א גוטע וואך.
~🌴~