דאנערשטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג שלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם בראך הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א - ממציוני תלמידי הישיבה, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, פאר די בר מצוה בחור, און פאר אלע תלמידי הישיבה,
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בדברי אגדה בעניני נישואין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן,
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
ארום 6:45 איז פארגעקומען די ברית אין ביהמ"ד הגדול לבן הנולד אצל הר"ר חיים הערש בהרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן בעל ברית.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל מאיר פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' אלי' מרדכי בראך הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל פריינד הי"ו און הרה"ח ר' ישראל אברהם פעדער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ב באכנער הי"ו און הרה"ח ר' נתנאל יאזשעף הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 10:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברמ"ש איידליס הי"ו און הרה"ח ר' זאב שערצער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים צום שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב''ג בת הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט''א רב דבית מדרשינו בית שמואל, בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל וחתן הגה"צ גאב"ד ד'קהלתינו ב"פ שליט"א,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:55 און זיך באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים אויפן אויבנאן,
עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א,
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען די זיידע הגה"צ ב"פ רב שליט"א צו ליינען די תנאים,
אלץ עדות האבן געדינט הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יצחק עקשטיין הי"ו, העומד מצד החתן: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו, העומד מצד הכלה: הרה"ח ר' מאיר הכהן גראס הי"ו,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר גיסו הגה"צ ב"פ רב שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארומרעדענדיג בעניני נישואין, און ארויסגעברענגט די שמחה אז מען איז זיך משדך מיט א אייניקל פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע זיידעס און מחותנים,
מען האט פארענדיגט ארום 12:00 אזייגער, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
א גוטע נאכט.
~🌴~