זונטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג ויחי
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר יעקב אליעזר ווערצבערגער.
ב''ר הערש יוסף לעווי.
ב''ר שמחה פנחס פריעדמאן.
ב''ר יואל יעקב שעהנברוין.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
נאך תפילת שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדבן הגה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א ווי עס איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון בנו הילד ני"ו.
צום ערשט האט דער רבי געשוירן די האר און דערנאך מכבד געווען די זיידע הגה"צ אב"ד קאזלאוו מאנסי שליט"א און די אבי הבן צו אפשניידן די האר.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אב"ד קאזלאוו מאנסי שליט"א.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב מרדכי גראס און ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' בנימין זאב שווארץ און ר' יעקב יצחק שטיינמעץ, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 אויפדערנאכט.
ארום 9:30 האט דער רבי געדאווענט תפילת מעריב.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' משה זאבעל און ר' יודא שניצער,
און פון די מחותנים ר' דוב מארקאוויטש און ר' וואלף פערל,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי ווייטער אויפגענומען ביז ארום 11:00 אזייגער אויפדערנאכט.
א גוטע נאכט.
~🌴~