פרייטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג בהעלותך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף אלעזר ניישטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' גדלי' ברמ"י פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין בנין הת"ת 'בנין קליין' אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יואל ווערצבערגער שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר מרדכי משולם זושא שניטצלער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז די מנורה האט משפיע געווען יראת שמים און דאס איז 'להגיד שבחו של אהרן שלא שינה' אז אהרן הכהן האט קודם משפיע געווען יראה און נאכדעם תורה און נאר אזוי איז תורה מתקיימת, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די קינדער זאגענדיג אז מען לערנט שוין תורה דארף מען אבער שטארק אכטונג געבן צו האבן יראת שמים און פאלגן א טאטע מיט א מלמד און נאר אזוי וועט מען אויסוואקסן תלמידי חכמים און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אהל ישראל מאיר ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל מאיר בר"י פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
דערנאך איז דער רבי ארום זיך אומקוקן אינעם גאנצן ביהמ"ד און אין די מקוה, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הר"ר דוד שלמה עקשטיין שליט"א - רב הביהמ"ד.
א גוט שבת.
~🌴~