דאנערשטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בהעלותך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר ברוך יצחק ווייס הי"ו.
ב"ר יוסף הערש גרינפעלד הי"ו.
ב"ר מנחם פרידמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 7:00 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א אינאיינעם מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ב"ב שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדיהם למז"ט וועלכע איז פארגעקומען היינט אויפדערנאכט אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און איבער פרטים פון די היסטארישע חתונה הזמנה פון הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן, פאר די גרויסע זיידעס, און פאר די גאנצע משפחה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו און הרה"ח ר' מיכאל משה ברילל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און דערנאך ביי די חופה בבית ספינקא - זידיטשוב פון די מחותנים הרה"ג ר' יהודה הורוויץ שליט"א און הר"ר יוסף דוב ראזענפעלד שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס,
דער רבי האט מסדר קידושין געווען און אויסגעווארט ביז נאך די חופה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, און די גרויסע זיידעס און אנוועזנדע רבנים ובני המשפחה.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריין צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה, ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די גבאים פון די וועד קרן נשואין פון אלע בתי מדרשים שע"י קהלתינו הק' בק"י וועלכע שטעלן צוזאם גרויסע געלטער ארויסצוהעלפן אידן בעת שמחתם,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות,
במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארטץ הי"ו וועלכע האט אויסגעשמועסט פארשידענע לעזונגען צו ביליגער מאכן די הוצאות החתונה און מהנה געווען מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון אלע בתי מדרשים אין ק"י ווי עס איז פארהאן תורה, עבודה, וגמילות חסדים, און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון גיין נאך געלט פאר א צווייטן, און מחזק געווען די עסקנים צו ממשיך זיין מיט די צדקה וחסד ביתר שאת, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דער מחותן הרה"ג ר' אברהם יושע איגר שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
ברכה אחריתא: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביהמ"ד בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~