זונטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בהעלותך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר דוד משה ראזענבוים שליט"א.
ב"ר שלום זושא היימאן הי"ו.
ב"ר משה יצחק רייזמאן הי"ו.
ב"ר יצחק אייזיק קאהן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון לערנען תורה פון א רבי.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א וואס קומט פאר מארגן מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י,
ביים אנקומען אין אהל האט דער רבי געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל זי"ע און בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה הערש האלפערט הי"ו און הרה"ח ר' משה ברוך ענגלענדער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל פרנס הי"ו און הרה"ח ר' שמעון גרינפעלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 1:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק פארגעס ע"ה און הרה"ח ר' יהוסף מערץ הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה קלמן פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יצחק ענגלענדער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי האט געדאווענט מעריב, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~