יו"ט שבועות תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרית מלך רב קרית יואל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יו"ט שבועות תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרית מלך רב קרית יואל=
ערב יו"ט האט דער רבי געצינדן א יזכור לעכט בביתו נאוה קודש.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר אלעזר מענדל פילאפף שליט"א - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10.
דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 2:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
במשך די טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני מתיקות ועריבות התורה.
מיטן פיוט פון אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א - רב דביהמ"ד בית נחום דוב וומ"ס.
און מיט די פיוט פון מערבית הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וומ"ס.
דערנאך האט מען געזינגען והאר עינינו פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעורורות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'ומשה עלה אל האלקים' און געזאגט אז ווען מען איז מתפלל במחיצתו פון א צדיק ווערן די תפילות נתקבל און פארדעם פאר מתן תורה ווען אידן האבן מתפלל געווען והערב נא פאר זיך און די קינדער און אייניקלעך האט הקב"ה אראפגעשיקט יעקב אבינו זאל מתפלל זיין צוזאמען מיט זיי, און דאס איז כלשון הזה וכסדר הזה אז יעדע יאר שבועות קומט אראפ יעקב אבינו אז ווען איז מתפלל אויף ערליכע קינדער זאלן די תפילות נתקבל ווערן.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 3:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי איז געגאנגען אין מקוה עטליכע מינוט פארן עלות.
=יום ראשון של שבועות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ש ראזענבערג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:15.
פסוקי דזמרה: הגה"צ דומ"ץ קהלתינו הק' ירושלים שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל,
ביי אהבה רבה האט מען געזינגען די ניגון פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימונוב זי"ע מיט גרויס התעורורות ובבכיות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שלום לאנדא שליט"א - מרבני איגוד הרבנים ומו"ץ בקהלתינו הק' מאנטשעסטער, און הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטריאל.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד 18טע עוו. ב"פ.
דער רבי איז ארויף אויפן בימה און פארגעזאגט אקדמות בקול חוצב להבות אש און השתפכות הנפש.
דער רבי איז געווען בעל קורא און געליינט די קריאה מיט גרויס התעורורות.
כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
רביעי: הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
חמישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יושע ברח"ה גאלדבערגער הי"ו.
ר' חיים דוד פארגעס הי"ו.
ר' רפאל בר"מ ווערטהיימער הי"ו.
ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יואל שיף הי"ו - ב"פ.
מפטיר: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען.
די געסט האבן גומל געבענטשט.
הגבה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק שיף הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 3:10, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום 'קרעפל טיש,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, דערנאך האט דער רבי טועם געווען פון די קרעפלעך, און געטרינקען א קאווע,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די 'קרעפל פשעטל' ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי פלפול ודרוש אין די סוגיא פון דבר שיש לו מתירין.
מען האט געענדיגט ארום 3:50.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א - ב"ב.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד קריאת התנאים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער רבי האט טועם געווען מזונות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
מיט אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א - מסטאניסלאוו מאנסי,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתיצבו בתחתית ההר' און ארויסגעברענגט אז מען האט געגעבן די תורה נאך דעם דריטן טאג וואס איז אנטקעגן די דריי בתי מקדשות און דאס קומט זאגן אז אזוי ווי הקב"ה האט געבויעט קודם די צוויי בתי מקדשות אלץ הכנה צום דריטן ביהמ"ק וואס מיט די צוויי בתי מקדשות איז פארבליבן א רישומא דקדושה אויף דער וועלט אז די וועלט זאל קענען סובל זיין די קדושה פונעם דריטן ביהמ"ק, די זעלבע ווען א איד טוט א מצוה בלייבט אין אים א רישומא דקדושה און אפילו מען איז חלילה עובר אויף מצוות ה' האט מען נאך אלץ א תקומה צוליב די רישומא דקדושה וואס עס איז פארבליבן אינעם מענטש פון די מצוה וואס מען האט געטוהן,
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו.
מען האט געענדיגט ארום 9:55 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב,
צו מערבית איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:25, און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות.
במשך די טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט שבועות.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען,
אהבה רבה: הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומ"ס,
מיטן פיוט פון מערבית: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויחן שם ישראל נגד ההר, און ארויסגעברענגט אז בזכות פון יעקב אבינו איז דא די תקנה פון תשובה און דורכדעם האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.
=יום שני של שבועות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די מעמד עסק התורה 'נעשה ונשמע' ווי מען האט געלערענט פון 8:30 ביז 10:30 ע"פ קריאת הקודש פון מרן רבינו שליט"א,
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ווי דער רבי איז צום ערשט אריין אין היכל התורה און זיך אומגעקוקט אויף די לומדים און דערנאך ארויף בהיכל הביהמ"ד און ארומגעגאנגען אינעם גאנצן ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויפן ריזן ציבור לומדים מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געלערנט אינאיינעם מיט נכדו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד לייבוש ווייסמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:00 אזייגער.
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ואמירת הלל.
נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב וומ"ס, און הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א - מרבני קהלתינו הק' מאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים.
כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר ברז"ל גליק הי"ו - וומ"ס.
לוי: הר"ר יואל יודא רובינפעלד שליט"א - וומ"ס.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הר"ר ברוך שטערן שליט"א - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו - ב"פ.
הגבה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מאנסי.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
נאך עלינו האט דער רבי געזאגט קדיש לע"נ די משפחה פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע הי"ד.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 3:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א,
מוהל: דער אבי הבן שליט"א.
סנדק: רבינו שליט"א.
ברכות וקריאת השם: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ויקרא שמו בישראל: יקותיאל זלמן יו"ט ליפא ע"ש די זיידע הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום קידושא רבא לרגל די שמחת הברית מילה,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש,
ביי די פיש האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובאו כולם בברית יחד' און ארויסגעברענגט אז דורך דעם וואס מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה קען יעדע איד מקיים זיין אלע תרי"ג מצות טראץ וואס מען קען נישט מקיים זיין אלע מצות בפועל און דאס קומט בזכות פון מצוות מילה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 3:30.
ביים מיטאג טיש וסעודת ברית מילה בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אתה נגלית הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א,
יום ליבשה: הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיתם לי סגולה מכל העמים' און ארויסגעברענגט אז בזכות פון מצות מילה ווערט מען איינס מיט הקב"ה און פארדעם ניצט תשובה.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנס הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א, און הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה און נעילת החג ארום 8:45,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען די שלחן הטהור לכבוד נעילת החג,
דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
מען האט מאריך געווען מיט ניגוני יו"ט,
הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער - משמש דקהלתינו הק' בוומ"ס האט אנגעגאסן פארן רבי'ן די כוס, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברא קדישא, און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט טועם געווען מזונות און מען האט פארטיילט שיריים,
דערנאך האט דער רבי געמאכט די סיום מסכת בכורות במסגרת חבורת תורתך שעשועי, דער רבי האט געמאכט די סיום און געזאגט די הדרן,
מיט קדיש האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחת התורה,
מיט אתה נגלית האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס,
דערנאך האט דער רבי געליינט די כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו,
מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני מתיקות התורה,
נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ומשה עלה אל האלקים' און ארויסגעברענגט אז משה רבינו האט אריינגעברענגט א קדושת התורה אין יעדע איד און דאס האלט אן עד היום הזה נישט קיין חילוק אין וועלכע מדריגה מען איז, און דער רבי האט ארומגערעדט בהתפעלות איבער די מעמד עסק התורה דרבים ווי טויזענטער אידן האבן געלערנט צוויי שעה פארן דאווענען און מיט דעם געוויזן פאר הקב"ה אז מען גיבט שוין אן איינגאבע מיט לימוד התורה וועט הקב"ה אויך משפיע זיין פאר כלל ישראל גרויס שפע און וועט שוין געבן אן איינגאבע,
און דער רבי האט דערמאנט די סיום במסגרת חבורת תורתך שעשועי ווי מען גרייט זיך שוין צו ענדיגן גאנץ ש"ס ביז א יאר ארום און דאס גיבט גרויס חיזוק פאר אלע לומדים,
אויך האט דער רבי ארויסגעברענגט אז עשירות וואס קומט פונעם אייבערשטן און נישט מכח המזלות איז משפיע נאר גוטס און עס איז נישט דא דערביי די נסיון העושר און דער רבי האט אנגעוואונטשן אז עס זאל זיין תורה וגדולה ממקום אחד און אראפקומען גרויס שפע פאר גאנץ כלל ישראל און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אין א פייערליכע טאנץ,
ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים.
צו מעריב איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און דער רבי האט געמאכט הבדלה.
"ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
נאך הבדלה איז דער רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו אנשים נשים וטף,
דער רבי האט צום ערשט מחדש געווען די לבנה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אויף טובים מאורות און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה,
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי משמיע געווען די 'ברכת הקודש' ארויסברענגענדיג אז מען זאל זען איינצוהאלטן די קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען במשך יו"ט שבועות און עס נישט אפשטיפן אויף שפעטער ווייל דאס איז די עצת היצר, 'הגבל את ההר וקדשתו' הר מיינט מען דעם יצר הרע מען דארף באגרעניצן דעם יצר הרע דורך קדש עצמך במותר לך יעדער לפי מדרגתו, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר הקטנים עם הגדולים בכל מילי דמיטב.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
מוצאי יו"ט זענען אריין בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורי אנשי שלומינו פון מאנטריאל זיך געזעגענען,
דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט איבער די לימודים און געוואונטשן ברכות קדשו.
~🌴~