שבת קודש פרשת במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת במדבר=
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יעקב אליעזר בהרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן קישור פון סדר ויקרא צו סדר במדבר און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.
קה אכסוף: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן בעש"ט הק' זי"ע וואס די יארצייט געפאלט יו"ט שבועות.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:30.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר איתמר טובי' קויפמאן שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו.
שלישי: החתן יוסף אליעזר ב"ר מענדל יאנקאוויטש הי"ו - באווארפען.
רביעי: הרה"ח ר' שמואל דוד פעקעטע הי"ו.
חמישי: ר' יואל משה לאנדא הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה ברח"ד פריעד הי"ו.
ר' חיים יעקב דוב ניימאן הי"ו.
ר' אהרן יואל קעסלער הי"ו.
שביעי: ר' יוסף ברח"י הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הוספה: ר' ליפא בר"י קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה שמואל רובינפעלד הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט היינט זונטאג ג' סיון.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל לאנדא הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יחזקי' גאנדעל הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א.
כהן: הר"ר משה כ"ץ שליט"א.
לוי: הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק מדרש 'בשעה שנתן הקב"ה תורה לישראל נתקנאו בהם אומה"ע ואמרו מה ראו להתקרב יותר מן הכול סתם הקב"ה את פיהם ואמר הביאו שטר יוחסין שלכם כשם שמביאין בני' און דער רבי האט געזאגט אז עס איז דא צוויי עצות אז עס זאל העלפן תשובה אליינס אויף אלע ד' חלקי כפרה און מען זאל ח"ו נישט דארפן צוקומען צו קיין יסורים,
אדער די עצה פונעם בעלזא רב זי"ע אז תשובה צוזאמען מיט לימוד התורה איז גענוג, אדער די עצה פון זוהר הק' אז אויב איז מען זיך מוסר נפש פאר קדושת שמו יתברך ניצט עס אויף אלע עבירות און הרה"ק הייטב לב זי"ע זאגט אז עס איז גענוג אז מען איז זיך מקבל מסירות נפש און עס מיז נישט זיין בפועל, אדער זאגט ער אז מיטן אויפשטיין פארטאגס לערנען איז אויך א בחינה פון מסירות נפש,
האט דער רבי נאכגעזאגט פון של"ה הק' אז די סיבה פארוואס מען זאגט נאר ביי כלל ישראל מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה און נישט ביי אומה"ע איז וויבאלד מען שטאמט פון די אבות הק' האט מען א חזקת אבות אז אויב וועט קומען למעשה וועט מען עס טוהן בפועל במילא איז גענוג א מחשבה,
און פארדעם ביי מתן תורה וויבאלד מען האט מקבל געווען די תורה מיט מסירות נפש האט מער נישט אויסגעפעלט קיין יסורים איז געווען ביי נתרפאו כל החולים,
און דער רבי האט אויסגעפירט אז יעדע יו"ט שבועות ווערט עס נאכאמאל נתעורר און אויב איז מען מקבל די תורה כראוי ווערט מען אויסגעהיילט פון אלע יסורים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט היינט זונטאג ג' סיון.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:05.
נאך הבדלה איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן מארגן זונטאג דורך הרה"ח ר' דוד שמואל הי"ו בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין בעל הארבער,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' דוד שמואל הי"ו און זיין משפחה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן מארגן זונטאג דורך הרה"ח ר' וואלף הי"ו אין ביהמ"ד ברך משה,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בראשית יארן אין אמעריקע און איבער הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל וואס די יארצייט איז געווען שב"ק ב' סיון,
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' וואלף הי"ו האט מנדב געווען די נייע אוצר הספרים אין בנין פון מבצר הכוללים,
אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף א זכות נכבד אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט אונטערגעשריבן ביידע שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' וואלף הי"ו און זיין משפחה.
דערנאך איז געווען ספעציעלע זמני כניסה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. פאר די פילצאליגע חאלאקה קינדער פון די פארגאנגענע וואכן ווי דער רבי האט אפגעשוירען די האר און פארטיילט ממתקים פאר די קינדער.
א גוטע וואך.
~🌴~