מיטוואך במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך במדבר=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי הכנה צום יו"ט שבועות און מעורר געווען צו מאכן א הכנה צו מתן תורה מיט שעות פון לימוד התורה, און אויפגעפאדערט אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר אנטייל צו נעמען אין די מעמד הכנה לקבלת התורה 'מעמד נעשה ונשמע' און זיך צוזאמקומען אין די בתי מדרשים צו לערנען צוויי שעה רציפות די צווייטע טאג יו''ט פארן דאווענען אזוי ווי די פארגאנגענע צוויי יאר און מיט דעם מאכן א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 9:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים מנחם לאקס הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 און געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~