בצל הקודש דאנערשטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴 דאנערשטאג ויגש
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' שמחה ישראל לאנדא,
ווי די רבי איז געווען סנדק מוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שמעון סאנדער.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
און תפילת מעריב ארום 6:00 אזייגער.
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לע"נ הרה"ק בעל דברי יחזקאל מ'שינאווא זי"ע.
ארום 6:25 איז דער רבי אנגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לרגל די יומא דהילולא פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה ד'סאטמאר פון בארא פארק, וואס איז פארגעקומען אינעם בנין הבית רחל בנין לאה אסתר אין קרית יואל.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים און אנגעווינטשן זכותו יגן עלינו.
עס האט אויפגעטרעטן די ראש ישיבה הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב.
נאך די פלייש האט דער רבי פארציילט סיפורים פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג רבי דוד שלמה טייטלבוים שליט"א - מנהל הישיבה, חתן הגה"צ אב"ד ציעשנוב.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אדני שאל ממך היש לכם אב או אח, און נאכגעזאגט א ווארט פונעם דברי יחזקאל זי"ע אז 'אדני' מיינט מען הקב"ה, היש לכם 'אב' מיינט מען 'רצון', אז הקב"ה פרעגט צו מען האט כאטש א רצון צו דינען דעם אייבערשטן,
און דער רבי האט ארומגערעדט שטארקע דברי הדרכה אז יעדע בחור אנהייב זמן האט א גוטע רצון אויף קבלת טובות נאר שפעטער ווערט עס שוואכער, דארף מען זען אז מען זאל האבן א עכטע רצון און נישט נאר האבן א רצון דרצון, און ווען מען האט א רצון ווערט באשאפן א מלאך וואס העלפט אים אויספירן דעם רצון, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יעקב שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 8:30.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:40 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' חיים יעקב גלויבער און ר' יואל רייך,
און פון די מחותנים ר' דוד יודא זילבערשטיין און ר' יצחק אליקים שווארץ,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~