פרייטאג בחוקתי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג בחוקתי=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד בית מנחם זאב בשכונת ויואל משה לרגל די שמחת הברית מילה ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב הביהמ"ד, חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד,
סנדק: רבינו שליט"א.
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'שמעון' נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס, און עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט אויפגעריסן די חלה כנהוג אום ערב שב"ק,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרה"ג ר' זלמן ט"ב שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו - נדבן הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און דער רבי האט ארומגערעדט זכרונות פון די ליכטיגע טישן ביי רביה"ק זי"ע אין די בראשית יארן ווי דער רבי איז געשטאנען אינטערן בענקל פון רביה"ק זי"ע אינאיינעם מיט הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, און ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע ביהמ"ד וועלכע איז נודע לשם ולתהילה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' זלמן שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
א גוט שבת.
~🌴~