דאנערשטאג בחוקתי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בחוקתי=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב''ר מרדכי לייב מארקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארנאכטס זענען אריין בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. ישיבה קטנה ווערעצקי פון פלעטבוש אינאיינעם מיטן מנהל הר"ר ישראל אונגאר שליט"א,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' חיים יודא באב"ד שליט"א - ר"י תורת חסד לאנדאן,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און געציילט ספירה פארן עמוד, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה ארום 12:20 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב בשכונת ויאל משה צום שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת בנו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביי א וואכנאכט און ברית מילה דאהי און אין ארץ ישראל, און איבער מנהגים ביים געבן א נאמען פאר א קינד, און איבער די מצב אין מירון פארלאפענעם ל"ג בעומר,
דער רבי האט טועם געווען מזונות און פיש און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרה"ג ר' זלמן שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר די בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות,
דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 1:10.
א גוטע נאכט.
~🌴~