מיטוואך ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך ויגש
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד,
לר' גרשון אקער,
און לר' יעקב יחזקי' גאנדעל,
ווי די רבי איז געווען סנדק מוהל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם עג'מי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יושע הערש פריינד און ר' דוד יודא קאהן, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ראזענפעלד און ר' חיים מרדכי שניצער, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:35.
א גוטע נאכט
~🌴~