מיטוואך בהר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בהר=
~פסח שני~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר מנחם מאיר האפפער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 5:25 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון כינור דוד ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל פסח שני אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה - וומ"ס, בהנהלת הר"ר יודא שטאלצבערג שליט"א,
דער רבי האט זיך געוואשן און געגעסן חלה און דערנאך געגעסן א שטיקל מצה,
דערנאך האט מען אויפגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט, במשך די טיש האט מען געזינגען ניגוני פסח און ניגוני יו"ט,
מען האט אויפגעגעבן מצה כרעמזלעך און די גאנצע ציבור איז אריבער נעמען שיריים,
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, ווי דער רבי האט צום ערשט משמיע געווען לענגערע דברי דרוש ופלפול לכבוד היום,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט שטארקע דברי הדרכה פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז צדיקים האבן א כח צו מהפך זיין מרעה לטובה דורכן טוישן די אותיות פון די ווערטער 'נגע' צו 'עונג', 'צרה' צו 'צהר' וכו', און דאס איז נאר דורך די תורה הקדושה, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען צו זיצן און הארעווען אין די תורה הקדושה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר אלע בחורים,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די מנהל הר"ר יודא שטאלצבערג שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 7:00 אזייגער.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"ש כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה מיטטעלמאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' מיכל וויינגארטן הי"ו און הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער און געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~