מאנטאג בהר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בהר=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים בערקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל משה כהנא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א.
ב"ר אברהם שמואל יצחק שווארטץ הי"ו.
ב"ר מנחם מנלי בראך הי"ו.
ב"ר קלמן מאיר לאנדא הי"ו.
ב"ר יואל סאאל הי"ו.
ב"ר שלמה זלמן בערנאטה הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון החתן משב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו בן הרה"ח ר' ישראל יעקב הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש,
דער רבי האט געליינט די תנאים און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 און געציילט ספירה פארן עמוד, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~