זונטאג בהר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בהר=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף זרע קודש בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישראל מרדכי בראך הי"ו.
ב"ר מאיר מנחם בראך הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר די בחורים און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל פעלבערבוים הי"ו און הרה"ח ר' שמואל מאיר הירש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 און געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~