שבת קודש פרשת אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת אמור=
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יואל בר"מ עקשטיין הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מתיבתא ברסלב עטה"ק בירושלים - בית שמש.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרב נחמן בהרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אין הפטורה נבילה וטריפה מן הבהמה לא יאכלו הכהנים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה דוחה ב' לא תעשה.
קה אכסוף: הרב יחיאל מיכל גאלדשטיין שליט"א.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע וואס די יארצייט געפאלט היינט זונטאג י"א אייר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יקותיאל בראנדוויין הי"ו - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:25.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר משה טייטלבוים שליט"א בן האדמו"ר מסאסוב שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' לייזער שפיטצער הי"ו - מאנטריאל.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יקותיאל בראנדוויין הי"ו.
כהן: הב' ב"ר שלום ברעכער הי"ו.
לוי: ר' משה יצחק בערגער הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: ר' יקותיאל מנשה פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
רביעי: בעל ברית ר' שלמה ברא"ל מארקאוויטש הי"ו.
חמישי: בעל ברית ר' שמואל בר"מ טייטלבוים הי"ו.
שביעי: הבה"ח המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
אחרון: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' פייבוש מענדלאוויטש הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' מנחם טייטלבוים הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ארון לייב מארקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל טייטלבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
ביים מיטאג טיש האבן מיטגעגעסן די בחורים תלמידי שיעור ג' פון ביידע סניפים, ישיבת עצי חיים און ישיבת עסק התורה,
במשך די סעודה האבן די בחורים געהאט די געלעגענהייט צו פרעגן שאלות בכמה ענינים בהלכה בהשקפה ובמנהג אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת,
נאך די זמירות האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בסוכות תשבו שבעת ימים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין פון בנים למקום,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען בנש"ק הב' שמואל צבי אונגאר ני"ו,
מען האט געענדיגט ארום 3:10.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א - מאנסי.
לוי: הר"ר אלכסנדר מייזעלס שליט"א - ב"פ.
שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אמור אל הכהנים ואמרת אליהם' און ארויסגעברענגט אז אויב מען איז נישט נזהר צו זאגן נאר אמת און מען רעדט שקרים באקומט די יצר הרע א כח צו איינרעדן אויף עבירות אז עס איז מצוות און מען ווערט ח"ו נכשל אין הארבע עבירות, און די עצה פאר דעם איז שטארק נזהר צו זיין במידת האמת און מחנך זיין די קינדער פון אינגווייז אן נאר צו זאגן אמת און די הארבקייט פון מידת השקר.
ידיד נפש: הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבה גדולה ד'באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אזוי אויך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה מתלמידי ישיבת מאור התורה פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~