דינסטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג אמור=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר עזריאל יאקאבאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל שווארטץ הי"ו.
ב"ר פנחס שלמה פערלמוטער הי"ו.
ב"ר יואל ווייזער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק ב'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת זמן החדש, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 5:10 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה צום דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,200 תלמידי הישיבה,
דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד,
ארום 5:30 האט דער רבי אנגעהויבן די פתיחה דרשה דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, און ארומגערעדט אז מען לערנט יעצט אין ישיבה פרק המפקיד די הלכות פון שומר חינם און שומר שכיר, און שטארק מעורר געווען אויסצוניצן די בחור'ישע יארן בתורה ויראת שמים און זיין א שומר אויף די נשמה און בויען א פעסטע יסוד פאר די גאנצע לעבן,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט דברי הדרכה ומוסר פאר די בחורים לקראת זמן החדש, צווישן אנדערע איבער זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה בפרט מיטן אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, און די זעלבע מיט אלע אנדערע זמני וסדרי הישיבה, און זען נישט אוועצוגיין פון ישיבה נאר לצורך גדול, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים איבער גיין אין מקוה יעדן טאג, און אזוי אויך צו לערנען ספרי מוסר וחסידות בקביעות, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און מעורר געווען צו טוהן חסד איינער מיטן צווייטן סיי בדיבור און סיי מיטן גיין נאך געלט, און איבערגע'חזר'ט די תקנה פון רביה"ק נישט צו גיין צו חתונות, און שטארק מעורר געווען איבער די תקנה נישט צו דרייוון, און נאכגעזאגט לשונו הק' פון רביה"ק זי"ע וועלכע האט זיך אויסגעדרוקט זייער שארף איבער דעם ענין אז בחורים זאלן נישט דרייוון,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים בעניני השקפה וציונות, און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און איבער די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זי"ע, און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה,
מען האט געענדיגט ארום 6:20.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת כהנא היושבים ע"פ אמם ע"ה אלמנת הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת פעקעטע היושבים ע"פ אביהם הרה"ח הישיש ר' יעקב פעקעטע ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת כולל שומרי החומות אפנעמען ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע דינער השנתי דעם קומענדיגן דינסטאג בהר פסח שני,
דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די לעצטערע פעולות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח הישיש ר' יעקב גליק הי"ו ע"פ אחיו הרה"ח הישיש ר' משה גליק ע"ה.
~🌴~