מאנטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג אמור=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא מערץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אהרן צבי האלענדער הי"ו.
ב"ר יואל אליעזר בלוישטיין הי"ו.
ב"ר יואל בר"ד פריעדלענדער הי"ו.
מען האט געזאגט תחנון צוליב דעם יום המר והנמהר ה' אייר כהוראת רביה"ק זי"ע.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק ב'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת זמן החדש, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה חיים קאהן הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"ל בראך הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום צווייטן זאל שע"י ביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'הכרת הטוב' צוגעשטעלט דורך די וועד הפעולה שע"י עדה החרדית, פאר די נגידי ועסקני קהלתינו הק' וועלכע האבן זיך משתתף געווען בגוף ובממון פאר די 'קיום התורה' קאמפיין שע"י קרן תמכין דאורייתא בנשיאות מרן פוסק הדור כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א,
עס האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א, און אויפגערופן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א משמיע זיין די דבר המעמד,
דער דיין שליט"א האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' פון קענען שטיצן די בני העדה החרדית, ובפרט די רבנים ודיינים, און באזונדער מפליג געווען בשבח פון כ"ק ירושלימ'ער רב שליט"א וועלכער האט מייסד געווען און שטייט אין שפיץ פון די וועד הפעולה מיט אירע אקטיוויטעטן, און איז מרים די כח פון די עדה החרדית לוחם צו זיין קעגן דעם שלטון הרשע בארה"ק,
דער רבי האט מיט א קורת רוח איבערגעקוקט די ליסטעס פון די אסטראנאמישע פסח חלוקה פון אריבער 1.5 מיליאן שקל, און די קאפיעס פון די טויזענטע טשעקס וואס די קרן האט פארטיילט פאר די אריבער 1,500 קינדער געבענטשטע משפחות מיט 7 קינדער און העכער החונים תחת דגל העדה החרדית, און באזונדער די שיינע תמיכה וואס איז געגעבן געווארן פאר די אריבער הונדערט דייני העדה החרדית, ועל צבאם הגאו"צ חברי הבד"ץ שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי ברכה פאר די עסקנים, דער רבי האט זיך באצויגן צו די ווערטער פונעם דיין שליט"א, און ארויסגעברענגט
אז די עדה החרדית איז די יסוד פון יהדות החרדית בעיה"ק ירושלים און קהילתינו הק' איז אייביג געשטאנען צו די רעכטע האנט פון עדה''ח און בפרט רבותיה"ק זי"ע האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט פייער צו מחזק זיין די עדה''ח און ארומגערעדט בשבח פון די עסקנים וואס האבן גענומען אויף זיך א עול צו מחזק זיין די רבנים און חברי הבי''ד מורי הוראות, און בכלל פאר די גאנצע ציבור דארט וואס זענען זיך מסתופף בצל פון די עדה''ח וועלכע פלאגן זיך צו שפייזן די געבענטשטע משפחות, און נאכגעזאגט פון רביה"ק זי"ע אז מיטן שטיצן די בני ארה"ק איז מען מקיים מצות ישוב ארץ ישראל,
און מסיים געווען בברכת קדשו אז די עדה החרדית זאל האבען א קיום און מען זאל עס נישט קענען צעברעכן, און פאר אלע עסקנים און נדבנים.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרבני הנגיד ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו - מראשי הנהלה בארה''ב, און פאר העסקן הדגול ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף ממשיך זיין מיט די זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 און געציילט ספירה פארן עמוד.
~🌴~