~ימים האחרונים של חג הפסח תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א~
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
~ימים האחרונים של חג הפסח תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א~
ערב יו"ט האט דער רבי געצינדן א יזכור לעכט בביתו נאוה קודש.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און אנגעהויבן הודו בהתלהבות אש.
מערבית: הר"ר זלמן לייב ברח"ב פילאפף שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40.
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
במשכ'ן טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויושע ה' ביום ההוא, און ארויסגעברענגט אז בזכות האמונה אין הקב"ה ווערט מען אנגערופן קדוש און מען איז זוכה צו קענען זאגן שירה פארן בוכ"ע,
און דער רבי האט ארומגערעדט אז יעדעס יאר ליל שביעי של פסח קומט אראפ די השפעות פון קריאת ים סוף און עס ווערט ויאמינו בה' ובמשה עבדו, און דורך אמונה וועט מען זוכה זיין צו זינגען שירה לעתיד לבא.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שירה,
ארום 1:45 האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן די שירה ווי דער רבי האט געטאנצן בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט מען געזינגען כי לה' המלוכה,
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 2:00 אזייגער.
~יום שביעי של פסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:55.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, תפילת שחרית, און הלל, און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק מיט גרויס התעורורות לרגל שביעי של פסח.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו און הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
דער רבי איז געווען בעל קורא.
כהן: ר' חיים וואלף ברי"א פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א, און דער רבי האט געליינט די שירת הים בהתעורורות רב ובהתלהבות אש.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ברש"י ליבערמאן הי"ו.
ר' יעקב משה פאלאטשעק הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ליבערמאן הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו.
גלילה: ר' ארי' לייב ב"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אלטר טייטלבוים שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' עזריאל בר"מ גוטמאן הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 2:50.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ברי"צ ראטה הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט יום ליבשה חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
~ליל אחרון של פסח~
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
מערבית: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:35.
דערנאך איז דער ציבור אריבער ווינטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול בצד צפון.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד דברי יואל.
נאך די פיש האט דער רבי איינגעטונקען די מצה אין די ברוינפען און געוואונטשן לחיים.
אין די זופ איז געווען קניידלעך כנהוג,
מען האט אויפגעגעבן לכבוד יו"ט פערפל געברענגט דורך הרה''ח בנש''ק ר' אשר ישעי' הורוויץ הי''ו, און א זיבן הימלען קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש "הים ראה וינוס" 'מה ראה ברייתא דר' ישמעאל ראה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון ספיקא דאורייתא.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן מצה כרעמזלעך געברענגט דורך הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו, און דער רבי האט פארטיילט מצה כרעמזלעך פארן גאנצן ציבור פאר א לענגערע צייט.
ברכת המזון: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 2:00 אזייגער.
~יום אחרון של פסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:50.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' - וומ"ס, און הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד - בית שמואל בנימין.
כהן: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא ק"י.
לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו.
שלישי: הר"ר איתמר מייזליש שליט"א.
רביעי: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל 'מירל' נאך הרבנית מזאלישא ע"ה.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
גלילה: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
הגבה: נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
גלילה: נכד רבינו הרב אנטשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 2:30.
ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען מיטן פיוט נכדו הבעל שמחה הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דר' ישמעאל ראה' און געטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ונעילת החג ארום 8:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען די עריכת שולחן הטהור ומעמד נעילת החג,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט,
דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט אנגעגאסן פארן רבי'ן לחיים און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברה קדישא, און דערנאך פארן גאנצן ציבור,
מען האט אריינגעברענגט פירות און דער רבי האט טועם געווען,
מיט די פיוט האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס,
נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף חסל סידור פסח און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן זיך פירן בענוה פסק'נט מען אין הימל אז כל מיינט אפילו א כל שהוא, במילא שיקט נישט הקב"ה אפילו אביסל צרות,
מצה איז ר"ת מ'כל צ'רה ה'צילנו און דאס מיינט אפילו א קליינע צרה, און די זעלבע 'וברכתך בכל אשר תעשה' אז אפילו מיט אביסל השתדלות וועט אריינקומען גרויס שפע, און אזוי אויך 'כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך' איז טייטש אז אפילו א קליינע מחלה וועט אויך נישט קומען,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארימע ברכות אז מען זאל זוכה זיין צו א געזונטע זומער מיט פרנסה, רפואות, פאר יעדעם איינעם.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן חסל סידור פסח מיט א ברען פאר א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לשנה הבא בירושלים דריי מאל בהתלהבות אש.
צו מעריב איז צוגעגאנגן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזינטן זומער.
דערנאך האט מען ארויס באגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
מען האט געענדיגט ארום 10:15.
ביים אנקומען אהיים בביתו נאוה קודש האט דער רבי צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.
~🌴~