שבת קודש - יום ג' דחוה"מ פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש - יום ג' דחוה"מ פסח =
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול צד צפון.
אשת חיל האט דער רבי אנגעהויבן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מענדל באכנער שליט"א - רב דביהמ"ד קשאנוב ק"י.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש אתם מכרתם את יוסף חייכם שאתם אומרים עבדים היינו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון הקדש מפקיע מידי שיעובוד.
קה אכסוף: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י.
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן צאנז'ער רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג כ"ה ניסן.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' אהרן בר"י פאללאק הי"ו און ביי ר' ישי בר"י גאלדבערגער הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:15.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל.
פארן ליינען האט מען געזאגט שיר השירים.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, און הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' במאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ.
כהן: בעל ברית ר' אהרן בר"י פאללאק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' מאיר דוד מאסרי הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' נחמי' כ"ץ הי"ו.
ר' אברהם עיבר בר"י שווארטץ הי"ו.
שביעי: ר' אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הגבה: נכד רבינו הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
גלילה: ר' נחמי' כ"ץ הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
הגבה: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
גלילה: ר' אברהם עיבר בר"י שווארטץ הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון אבינו רועינו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וואס געפאלט קומענדיגן שב"ק כ"ו ניסן.
די כהנים האבן געדוכנט כנהוג אום שבת חוה"מ.
צו קוה האט דער רבי צוגעשיקט הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן בר"י פאללאק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל בר"י פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:25.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יחזקאל בראך הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' חיים טורנהיים הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' ישראל נחמי' ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל יעקב טעללער הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אין שיר השירים 'אני חבצלת השרון שושנת העמקים' און ארויסגעברענגט אז דורך דעם וואס כלל ישראל טוט מצוות לפנים משורת הדין מער וויפיל מען איז מחיוב און בפרט יו"ט פסח ווען מען איז מחמיר בחומרות יתירות אויף אסאך זאכן, אין דעם זכות פירט זיך הקב"ה אויך לפנים משורת הדין און איז מקיים מצוות השבת אבידה און מצוות פריקה וטעינה מיט כלל ישראל כאטש הקב"ה איז א זקן ואינו לפי כבודו,
און דער רבי האט מעורר געווען מען זאל זען אנצוהאלטן די מסורת אבות און נישט נאכצולאזן קיין שום חומרא וואס מען האט געזען ביי די עלטערן אום יו"ט פסח.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אבא וויינבערגער הי"ו - לאנדאן.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון אבינו רועינו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וואס געפאלט קומענדיגן שב"ק כ"ו ניסן.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד.
מען האט געענדיגט ארום 10:25.
א גוטן מועד.
~🌴~