שבת קודש פרשת טהרה - שבת הגדול
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת טהרה - שבת הגדול=
ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:50.
נאכן דאווענען דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל הב' אלימלך אשכנזי ני"ו בן הגה"צ רבי חיים הערש שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף דעם טור אז מען רופט דעם שבת שבת הגדול, און דערציילט פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אז אויסער די פיזישע עינויים וואס די רשעים האבן געפייניגט די אידן ביים צווייטן וועלט מלחמה האבן זיי שטארק משפיל געווען די אידן בפה,
און געטייטשט אז וויבאלד אידן האבן אפגעהיטן דעם שבת אין מצרים במעשה און בדיבור האט הקב"ה גערעכנט די השפלה בפה פון די מצריים אויף כלל ישראל און דאס האט משלים געווען די גלות מצרים.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אשר'ל מראפשיץ זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ערב פסח.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו - אנטווערפען.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר,
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו - מאנטריאל.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר מענדל גאלד שליט"א - אב"ד לובלין.
כהן: ר' אפרים גאלדמאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הרה"ח ר' שלמה מאשקאוויטש הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' חיים אברהם קעסלער הי"ו.
ר' שלמה זלמן בר"ל עפשטיין הי"ו.
ר' ישי שטיין הי"ו.
ר' בנציון כ"ץ הי"ו.
ר' משה יודא הערשקאוויטש הי"ו.
שביעי: ר' יואל ברמ"א ניימאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב קעסלער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף עמרם מארקאוויטש הי"ו.
מען האט געליינט נשיא כנהוג.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמשון זאלדאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
מיטאג טיש האט דער רבי געפירט אינעם בנין פון מבצר הכוללים אינאיינעם מיט די קינדער און אייניקלעך,
ביי קידוש האט מען אויפגעגעבן נאנט, קינדל, און המן טאשן כנהוג אום שבת הגדול,
ביים סעודה האט הרה"ח ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו אריינגעברענגט א געפילטע העלזל לכבוד די קידוש פון א אייניקל,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב ק"י.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יחזקאל בראך הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר אביגדור הערשקאוויטש שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו.
לוי: הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א.
שלישי: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל בנימין.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער בבנין מבצר הכוללים ווי דער רבי האט געפירט שלו"ס.
מיט אודה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן טור פארוואס מען ריפט דעם שבת שבת הגדול, און ארויסגעברענגט אז ווען א איד טוט ח"ו א עבירה דארף מען תשובה טוהן סיי אויף די עצם עבירה און סיי אז אין די צייט וואלט מען געקענט טוהן א מצוה,
ווען מען טוט תשובה ווערט נאר מכופר די עצם עבירה און דורך שמחה של מצוה ווערט מכופר די חשבון העבירה און דאס קומט דורך שבת קודש וואס איז משפיע שמחה של מצוה,
און פארדעם האבן די אידן אין מצרים וואס האבן געדארפט מקריב זיין די קרבן פסח און געדארפט מקיים זיין די 'משכו וקחו' סיי משכו ידיכם מן העבירה און סיי די קחו לכם צאן לפסח און דאס האט נאר געקענט זיין מיט די כח פון שבת קודש, און פארדעם הייסט די שבת פאר פסח שבת הגדול ווייל נאר מיט די כח פון שבת קען מען מקיים זיין די מצוה פון קרבן פסח,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט שטארקע דברי הכנה צום יו"ט פסח און ארויסגעברענגט אז מען גייט מקיים זיין די מצוות החג בשמחה רבה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הר"ר הערשל טעלער שליט"א - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הר"ר מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
א גוטע וואך.
~🌴~