דאנערשטאג טהרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג טהרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר הערש פייערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' גאלדבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל קליין הי"ו.
ב"ר יצחק אייזיק הלוי שווארץ הי"ו.
ב"ר יוסף זאב בר"א מויזקאפף הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הרה"ג ר' יהוסף שווארטץ שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און די בעל ברית בחדרו הפרטי.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל חתנו ר' מאיר משה גאנדעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אראפ אויפן אונטערשטן שטאק בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט קובע געווען די מזוזות אויפן נייעם צוגעבויעטן חלק וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן ווי עס וועט געפראוועט ווערן די סדרים דעם יו"ט פסח אינאיינעם מיט די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק',
דער רבי האט געמאכט א ברכה און קובע געווען די מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארויפגעלייגט די מזוזות אויף אלע אנדערע טירן,
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן נייעם צוגעבויטן פסח קאך אהערגעשטעלט צו קענען אקאמעדירן די הונדערטער חתנים ביים סדר און דערביי געגעבן פארשידענע הוראות לקראת חג הפסח הבעל"ט.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
~🌴~