דינסטאג טהרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג טהרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי יונה ווידער הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל רייזמאן הי"ו.
ב"ר יצחק מנחם בערגער הי"ו.
ב"ר שלום שכנא לעוו הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אנגעקומען בבית חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א צום שמחת החאלאקע פון נכדו הילד כמר מאיר ני"ו בן חתנו הרב חיים יעקב רוקח שליט"א,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 4:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה, ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די מדריכים פון מפעל בית נאמן שע"י קהלתינו הק' בק"י,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות,
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן עטליכע מדריכים ווי זיי האבן דערביי אנגעפרעגט רבינו שליט"א פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך ביים מדריך זיין די חתנים בהלכה, בהשקפה, ובמנהג, אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף די מדריכים מדריך צו זיין די חתנים בדרך המסורה לנו מדור דור און נישט זיך לאזן נאכשלעפן פון פרעמדע דרכים אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען נכדו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות.
מען האט געענדיגט ארום 6:50.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מנחה איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~