מאנטאג טהרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג טהרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן בערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ברי"פ ווייס הי"ו.
ב"ר נתן ברוינער הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון זקינתו הרבנית חנה ע"ה אשת חבר הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די קינדער לכבוד יו"ט פסח הבעל"ט און צוגעענדיגט בברכת קדשו.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט געצינדן לעכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון זקינתו הרבנית חנה ע"ה אשת חבר הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 10:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בלייך הי"ו און הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה ארום 11:10 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד בית בית שמואל בשכונת דברי חיים צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו - מגבאי הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די זיידעס הרבנים הצדיקים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי תורה בענין שמחת חתן וכלה, און ארומגערעדט בשבח פונעם שכונה וואס מען האט מרחיב געווען די גבולי הקדושה און עס איז היינט צוטאגס א חלק פונעם עיר הקודש קרית יואל, און ארומגערעדט בשבח פון די תושבי השכונה און פון הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, די חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן פאר א לענגערע צייט,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די מחותן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און מיט די שבע ברכות גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 12:10,
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד,
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה בחצר הביהמ"ד.
א גוטע נאכט.
~🌴~