זונטאג טהרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג טהרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר מאיר סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל בר"י גאלדשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם מייער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אראפ צום נייעם חדר בית הוראה שע"י קהלתינו הק' וועלכע געפינט זיך אויפן אונטערשטן שטאק אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט און געהערט א באריכט פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א איבער די ווייטערדיגע פלענער און געגעבן ברכת קדשו.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:25 ביז 10:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' נתן נטע הויזער הי"ו און הרה"ח ר' שלום אליעזר בערגער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה ארום 10:40 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד בית ברוך צום צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה ,
דערנאך האט האברך ר' אברהם מערץ הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די זיידעס הרבנים הצדיקים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי תורה בענין שמחת חתן וכלה, און ארומגערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד און פון בנו הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חתן, און פאר בנו הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, און פארן מחותן, און די חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 11:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~