שבת קודש פרשת תזריע - בקרב קהלתינו הק' וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת תזריע - בקרב קהלתינו הק' וומ"ס=
ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: ר' לייב ב"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו.
במשך שבת האט דער רבי געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון זקינתו הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס איז געפאלן שב"ק ה' ניסן.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:45.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל תהילות יוסף אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה לצעירים וומ"ס.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וביום השמיני ימול בשר ערלתו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה דוחה ב' לא תעשה.
קה אכסוף: הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק ה' ניסן.
קה רבון עלם: הרה"צ רבי הערשל מייזליש שליט"א - רב דביהמ"ד בית נחום דוב, בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' מרדכי יונה ווידער הי"ו, און ר' בערל ליכטמאן הי"ו.
אז ביום השביעי: הר"ר הערשל טעללער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:50.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שמחה הערשקאוויטש הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר מנחם נפתלי טייטלבוים שליט"א - אב"ד טשענקאוויץ.
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' משה האפפמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
רביעי: החתן ב"ר בערל ווייס הי"ו - באווארפען.
חמישי: ר' מרדכי יונה ווידער הי"ו.
שביעי: ר' יעקב יוחנן ברש"ע מיטטעלמאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' ישראל מאיר ברי"י קליין הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו - סיגעיט.
הגבה: הרה"ח ר' יואל בר"מ פריעדמאן הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק מיטטעלמאן הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינתו הרבנית חנה ע"ה אשת חבר הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע וואס געפאלט מאנטאג ז' ניסן.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה הלוי פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די נשיא כנהוג.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שבת הגדול דרשה,
דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית מיט א ברכה, און דערנאך איז דער רבי ארויף צום ארון הקודש ווי דער רבי האט צום ערשט מתפלל געווען א תפילה חרישה, און דערנאך אנגעהויבן די דרשה ווי דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי דרוש ופלפול אינעם סוגיא פון 'דבר שיש לו מתירין' וואס דער רבי האט פארגעלערענט אין ישיבה, און דערנאך אריבער בדברי אגדה ומוסר, צווישן אנדערע האט דער רבי ארומגערעדט איבער מאכן די ריכטיגע הכנה צום יו"ט פסח מקיים צו זיין די מצוות הלילה מיט א ברען און התלהבות און בעיקר די מצוה פון והגדת לבנך אריינצוברענגען אמונה אין די קינדער, און מעורר געווען צו לערנען ספה"ק דרך פיקודיך וואס רעדט ארום פון די מצוות החג,
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען בדברים הצריכים תיקון,
צניעות ביי נשים בפרט בליל הסדר,
בעניני טעכנעלאגיע, ווי דער רבי האט אויפגעפאדערט פון די הנהלת המוסדות צו איינפירן די תקנות וואס איז שוין איינגעפירט אין ק"י און אין ב"פ ביים אננעמען נייע קינדער אין די מוסדות,
קביעות עתים לתורה, ווי דער רבי האט מעורר געווען איבער אויפשטיין פארטאגס לערנען, און מחזק געווען אנשי שלומינו זיך אנצושליסן אין חבורת יסודי התורה וועלכע הייבט אין די טעג אן מסכת גיטין,
און דער רבי האט דערמאנט די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק ווי מען דארף מתפלל זיין אז די רשעים זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף די בחורים און עס זאל נישט צוקומען אז די חברי הכנסת זאלן מאכן פשרות אויף קיין שום בחור,
און די זעלבע ביי די גזירות החינוך אין ניו יארק אז מען זאל מתפלל זיין ניצל צו ווערן פון די גזירה און בעיקר אז די עסקנים זאלן נישט איינגיין אויף קיין פשרות בנוגע חינוך הבנים והבנות,
און דערנאך ארומגערעדט איבער זיך האלטן צו די מסורת האבות בנוגע חומרות ומנהגים ביים יו"ט פסח,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 7:20 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה גוטמאן הי"ו - ב"פ.
בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
כהן: הר"ר ישראל מאיר רובין שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' שמחה טייטלבוים הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי"ו - ב"פ.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף אהרן לעפקאוויטש הי"ו - ב"פ.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' יושע גראס הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אשה כי תזריע' און ארויסגעברענגט אז דורך די אמונה וואס די אידן אין מצרים האבן געהאט אז זיי גייען ווערן אויסגעלייזט אין דעם זכות זענען זיי געווארן אויסגעלייזט, און די זעלבע היינט וועט מען ווערן אויסגעלייזט בזכות פון אמונה בביאת המשיח.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף אהרן לעפקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינתו הרבנית חנה ע"ה אשת חבר הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע וואס געפאלט מאנטאג ז' ניסן.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:20.
ארום 11:40 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יודל שלעזינגער הי"ו ווי הרה"ח ר' יודל הי"ו האט אפגעקויפט א זכות נכבד בבנין החדש ממלכת התורה 'בנין בערקאוויטש' פון די ישיבות קטנות אין וומ"ס,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און דערנאך האבן אונטערגעשריבן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און די הנהלת הישיבה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משולם צבי בנציון זילבערשטיין הי"ו ווי הרה"ח ר' הערשל הי"ו האט אפגעקויפט א זכות השער בבנין החדש ממלכת התורה 'בנין בערקאוויטש' פון די ישיבות קטנות אין וומ"ס,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגי בעלזא און דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און דערנאך האבן אונטערגעשריבן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און די הנהלת הישיבה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן ובני משפחתו.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו - יו"ר הנהלת המוסדות בוומ"ס צום שמחת השבע ברכות לרגל נשואי בתו למז"ט,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
עס איז אנוועזנד געווען הרה"ג ר' חיים שלמה מיללער שליט"א - אב"ד נייטרא וומ"ס, הרה"ג ר' זושא אויש שליט"א - דומ"ץ וואלקאן, און הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער פארשידענע חומרות און מנהגים פון יו"ט פסח און די חילוקים אמאל און היינט, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט פארשידענע סיפורים וויאזוי רבותיה"ק העצי התמרים זי"ע האבן געהאט צוטאן מיט די רעגירונג אין די אלטע היים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יחזקאל דוד הי"ו פאר זיינע פילע לייסטונגען לטובת קהלתינו ומסדותינו הק', און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן דרשה געשאנק פארן חתן,
ארום 1:50 האט דער רבי פארלאזט די שטוב אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~