דאנערשטאג תזריע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תזריע=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל בר"ל ווייס הי"ו.
ב"ר יואל בר"מ הירש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו און הרה"ח ר' יצחק יעקב כ"ץ הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב קאפיל ליכטענשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א ווייס הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~