מאנטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג ויגש
=זאת חנוכה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יצחק קרויס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין היכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחור און פאר די ראשי הישיבה און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און דברי חיזוק פאר די בחורים.
און דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר אלע בחורים.
דערנאך איז דער רבי ארויס אין חצר הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה ווי עס איז פארגעקומען די 'מעמד שריפת הפתילות', דער רבי האט אריינגעלייגט די קנויטן אין די מדורה און דערנאך געטאנצן ריקודי קודש אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
ארום 12:10 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אינעם בנין הת"ת אויפן ראצפערט גאס צום שלחן הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די אכט סניפי ישיבות קטנות.
דער רבי האט זיך געוואשן און מען האט אויפגעגעבן א סעודה לכבוד היום.
מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנה"ר ישיבה סניף רב טוב.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז עס איז דא אכט טעג חנוכה וואס דאס איז אנטקעגן די זיבן הימלען און די ערד, און יעדן טאג איז מען ממליך הקב"ה אויף נאך א הימל קומט אויס אז דעם אכטן טאג חנוכה איז מען ממליך הקב"ה אויף די וועלט און מען ווייזט אז הקב"ה איז משגיח בתחתונים,
און אין זוה"ק שטייט אז יראת שמים ווערט אנגערופן זאת במילא וועגן דעם ווערט די אכטע טאג חנוכה אנגעריפן 'זאת חנוכה' ווייל אין דעם טאג זעט מען אז הקב"ה איז משגיח בתחתונים ברענגט עס יראת שמים,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי הדרכה פאר די בחורים אז מען דארף זען צו האבן יראת שמים און מורא האבן פאר א עבירה, און בפרט דארף מען זען צו זיין אפגעהיטן פון די כלים וואס דאס איז די גרעסטע שטער פאר יראת שמים, און עס דארף זיין מוקצה מחמת איסור און מוקצה מחמת מיאוס!
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי שבח אויף די חשוב'ע מגידי שיעור און אויפגעפאדערט די בחורים איינצוהאלטן אלע תקנות הישיבה און אנגעווינטשן אז די ימי החנוכה זאל משפיע זיין תורה און יראת שמים פאר יעדן איינעם.
און דערנאך האט דער רבי געבענטשט על הכוס,
נאכן בענטשן איז דער רבי אריין אין איינע פון די כיתות ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט אויף די לימודים.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין די דערנעבענדיגע בנין הת"ת "בנין קליין" נדבת הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין, וואס האלט אינמיטן געבויט ווערן, דער רבי איז אריין אינעם בנין ווי דער רבי איז ארומגעגאנגען אין באגלייטונג פין די חברי הנהלת המוסדות איבער די אלע פינעף שטאקן פינעם בנין, און באזונדער האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן פלאץ ווי מבויעט די נייע חתונה זאלן, און אזוי אויך אין די בתי מדרשים אין עס זאלן אויף די העכערע שטאקן.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
רבינו שליט"א האט געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. ארום 5:00 אזייגער.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
נאך מנחה האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק מפאר זיין בראש השמחה ביים שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן בן הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א אב''ד סאסוב ב''פ בן כ"ק אדמו''ר מסאסוב שליט''א חתן הגה"צ אב"ד קהלתינו ב''פ - 15 שליט"א, מיט הכלה בת הרה''ג ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ ב"פ בן כ''ק אדמו''ר מאלעסק שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא י"ם שליט"א.
ארום 7:40 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין די זאלן פון תפארת מרדכי אין בארא פארק צום קבלת פנים, רבינו שליט"א האט מסדר געווען די כתובה אין מ'האט געמאכט קבלת קנין דערנאך האט רבינו שליט"א געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די חתן, מחותנים, און זיידעס און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן.
ביים חופה איז רבינו שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, נאכן חופה האט רבינו שליט"א אנגעווינטשן פאר די חתן, מחותנים אין זיידעס.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה אלי' וויינשטאק ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות אויף א שער אין די מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום נייעם אפיס פון הרבני הנגיד ר' פנחס משה לאנדא ווי דער רבי האט צום ערשט קובע מזוזה געווען, און דערנאך איז פארגעקומען די חתימת שטרות אויף א שער אין די מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריין געפארן קיין וויליאמסבורג ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א על פטירת אשתו ע"ה.
ארום 11:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט תפילת מעריב בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 11:55 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צו די שמחת החתונה אין די זאלן פון תפארת מרדכי אין בארא פארק,
רבינו שליט"א האט טועם געווען מזונות און פיש, און געטרינקען לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים, דערנאך האט מען געבענטשט.
מיט בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א - חדבן".
דערנאך האט הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ,
דערנאך האט רבינו שליט"א אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים.
נאכן טאנצן האט רבינו שליט"א אנגעווינטשן די כלה אין פארלאזט די זאל אויפן וועג לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~