מיטוואך תזריע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תזריע=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל טאבאק הי"ו.
ב"ר יואל ב''ר משה פאלקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
=שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א חתן הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א,
עב"ג הכלה בת הרה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דבית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים, בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל וחתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א=
ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין 'חדר שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 6:10, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט האברך ר' שמעון עסטרייכער הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
מען האט מסדר געווען די כתובה,
עדי כתובה: הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו און הרה"ח ר' חיים מייזעלס הי"ו - ב"פ,
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, די זיידע פון די כלה.
קריאת הכתיבה: הגה"צ אב"ד פאלטישאן שליט"א, עלטער פעטער פון די חתן.
ברכות ראשונות: הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א, זיידע פון די חתן.
ברכה אחריתא: הרה"ג ר' שלמה ראזענבערגער שליט"א, עלטער פעטער פון די כלה.
עדי קידושין: הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א - רב דביהמ"ד יראי ה' בשכונת ברוך טעם און הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
דער רבי איז אריין געקומען צום סעודת החתונה ארום 8:00 אזייגער, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.
ארום 9:15 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיט די גאנצע אויבנאן,
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 9:30, און אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
ארום 11:25 איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון,
פארן בענטשן איז אנגעקומען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א,
ברכה אחריתא: הרה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וחתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מיט הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידעס הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א, און דערנאך דער אבי החתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א און אבי הכלה הרה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א,
דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.
דערנאך האט דער בדחן ארומגערעדט דברי בדחנות און אויסגערופן די חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל, און דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 2:30.
~🌴~