דינסטאג תזריע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תזריע=
~ר"ח ניסן~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אשר יונה שעהנברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ארי' שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מרדכי לייב מיטטעלמאן הי"ו - תאומים.
בהר"ר יואל יודא רובינפעלד שליט"א.
ב"ר שלמה יואל בערקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל סיום הזמן,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די גבאים פון אבני חסד וואס האבן אריין געברענגט גרויסע סכומים לטובת הקופה, און אכטונג געגעבן אויף רצון רבינו נאר צו נוצן ערליכע מוזיק,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט בשבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען אין די לימודים מיט א פעסטקייט ביז סוף זמן, און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים לימי בין הזמנים און נאכאמאל מעורר געווען די בחורים עוסק צו זיין בספרי חסידית אלץ הכנה צום יו"ט פסח הבעל"ט און בפרט מיטן לערנען ספה"ק דרך פיקודיך,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבערן מצב בעניני גיוס בני ישיבות בארה"ק, און געזאגט אז ח"ו מזאל מאכן פשרות און אויסקלויבן בחורים, כלל ישראל איז נישט מוותר אויף קיין שום בחור! והקב"ה ירחם, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב מ'זאל זוכה זיין צו ביאת הגואל ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים,
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט ישיבה קטנה ויואל משה פון ב"פ,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח וניגוני פסח,
מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען די מנגנים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז פונקט ווי מזעט ביי מצה אז מען קען נאר מקיים זיין מצוות מצה מיט מיני דגן וואס קען ווערן חמץ, די זעלבע איז נאר חשוב ביי הקב"ה די עבודה פון א בשר ודם וואס האט א יצר הרע, און דאס איז די חידוש אז א בחור וואס האט א יצר הרע מיט די היינטיגע נסיונות פון טעכנעלאגיע און דאך איז ער זיך מתגבר דאס איז חשוב ביים רבש"ע,
און דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פון די בחורים און פון די מרביצי תורה און מסיים געווען בברכת קדשו,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק' ווי מען האט געבאקן די מצות פארן רבינ'ס משפחה,
דערנאך איז דער רבי אריין אינעם מאלן שטוב ווי דער רבי האט פאר א לענגערע צייט געמאלן ווייץ בטירחא דגופא און דערביי געגעבן פארשידענע הוראות אויף ווייטער.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:10 איז דער רבי אנגעקומען קיין מאנסי צום מעמד קביעות מזוזה בבית מדרשינו החדש 'בנין שיף' בשכונת רעמסאן נדבת ליבו פון הרבני הנגיד ר' ישראל שיף הי"ו - מראה"ק,
דער רבי איז צום ערשט ארום זיך אומקוקן אינעם גאנצן בנין הביהמ"ד, אין די חדרי התפילה און אינעם פראכטפולן מקוה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי בכלל און שכונת רעמסאן בפרט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' ישראל שיף הי"ו, פאר הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז די ביהמ"ד וועט אי"ה זיין א לייכט טורעם פארן געגנט פאר תורה עבודה וגמילות חסדים, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן נדבן און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רבי קובע געווען די מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א צו לייגן א מזוזה,
ארום 7:40 האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד אויפן וועג אריין קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 11:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~