מאנטאג תזריע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תזריע=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה בר"י מענדלאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישראל זעליג שרייבער ע''ה.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך שחרית ארום 12:20 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א וואס קומט פאר דעם מיטוואך תזריע אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י,
ביים אנקומען אין אהל האט דער רבי געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל זי"ע און בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 1:05.
ארום 2:05 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'דבר שיש לו מתירין' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:55.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה ווי יאר יערליך א משלחת רבני וראשי מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, ווי אויך איז מיטגעקומען הרב קלמן וויינפעלד שליט"א פון די "או-קעי" ארגאניזאציע,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער כשרות המאכלים ובפרט פאר יו"ט פסח, דערביי זענען די רבנים איבער געגאנגען מיט רבינו שליט"א די לשון פונעם שטר מכירת חמץ פון די גרעסטע ביר דיסטריביוטער אין ניו יארק אז עס זאל פארקויפט ווערן כדת וכדין, ווי אויך האבן זיי איבערגעגעבן פארן רבי'ן די נייע 'מפתח הכשרות' לרגל דעם בעפארשטייענדן יו"ט פסח, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ירמי' ישראל פאגעל הי"ו און הרה"ח ר' ישראל איסר מארקאוויטש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~