מאנטאג - יום א' דחול המועד סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג - יום א' דחול המועד סוכות=
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר די בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל דוב באנדא הי"ו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:15.
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו - וומ''ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה''ח ר' יצחק ברוך ברוין הי''ו - מאנסי.
כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו - וומ''ס.
לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען.
שלישי: הרה"צ ר' נפתלי הורוויץ שליט''א - מראחוב לאנדאן.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר''ר יוקל שלעזינגער שליט''א - לאנדאן.
גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יחזקאל דוב באנדא הי''ו.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ישראל מאיר ווייס הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז דער רבי ארויס פארנט פון ביהמ''ד הגדול ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה און מלוה געווען די מטה פון הרה''ח ר' עמרם כהן ז"ל.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה''ח ר' חיים בערקאוויטש הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל חתנו ר' ליפא ב"ר העניך שווארטץ הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה די חברי וועד להוצאת ספרי רבינו און האבן אריבערגעברענגט די נייע ספר לב אהרן על סוגיות הש"ס אויף מסכת גיטין וועלכע איז נארוואס ערשינען פון דרוק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע סוגיות הש"ס, און איבער די ספרי לב אהרן וועלכע האלט שוין ביי די 23'סטע באנד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים לכבוד די שמחה און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע חברי הוועד.
ארום 6:15 איז געקומען אויף א ביקור חג הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אבד"ק נייטרא מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע הלכה'דיגע שמועס פאר קרוב צו א שעה איבער פארשידענע שאלות בעניני יו"ט סוכות וועלכע האבן זיך געמאכט און נאך פארשידענע אינטערעסאנטע שאלות,
דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און געגעבן ספרו החדש לב אהרן - גיטין און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנשי שלומינו.
=ליל ב' דחוה"מ - אושפיזא דמשה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה ארום 11:00 אזייגער.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ג רבי יואל מייזליש שליט''א - רב דביהמ''ד ברך משה סיגוט.
נכדו הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א - רב דביהמ''ד בית מנחם זאב.
הרה''ג ר' יואל אפענהיים שליט''א - מו"ץ בית מדרשינו בשכונת זרע קודש.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק ולכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל און נאכגעזאגט פונעם תפארת שלמה אז די סיבה פארוואס משה רבינו האט אפגעשטיפט מתן תורה מיט נאך א טאג איז געווען צו ווייזן פאר הקב"ה און פאר כלל ישראל אז מתן תורה קומט מיט א תנאי אז הקב"ה גוזר וצדיק מבטלו צדיק גוזר והקב"ה מקיים און צדיקים זאלן קענען מבטל זיין גזירות וואס הקב"ה האט גוזר געווען,
דער רבי האט מאריך געווען און ארויסגעברענגט אז די סיבה פארוואס כלל ישראל איז ארויס פאר די צייט איז וויבאלד משה רבינו האט מבטל געווען די גזירה פון גלות מצרים, במילא פעלט זיך שוין נישט אויס אז שאר גליות זאלן משלים זיין און מען קען שוין ארויסגיין פון גלות בכל יום,
משה רבינו האט מתפלל געווען פאר כלל ישראל און די תפילות זענען עושה רושם עד היום הזה, לא כהתה עינו ולא נס ליחו און מען איז עומד אינעם גלות נאר אין די זכות פון משה רבינו, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הר''ר דוד משה ראזענבוים שליט''א - רב דביהמ''ד תפילה לדוד קרעטשניף.
נאכן בענטשן האט דער רבי פארציילט זכרונות פון די טישן ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אום חוה"מ סוכות און פארציילט אז דער רבי זי"ע פלעגט אים מכבד זיין ביי אושפיזא דאהרן אלץ קינד מיט שיר המעלות און אלץ בחור מיטן בענטשן, און דער רבי האט פארציילט אז דער רבי זי"ע האט דעמאלטס פארציילט אז אביו הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע האט אים אלץ קינד געהייסן שטעלן טרויבן ביי אושפיזא דמשה זאגענדיג אז עס איז זיין אושפיזא צוליב די פסוק ויואל משה,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
~🌴~